פאסטער סיטי, קאליפארניע – מעדיצין ריז "גיליד סייענסעס" האט געמאלדן אז זי וועט אפקויפן "קייט פארמא" פאר ארום $11.9 ביליאן צו שטארקן איר פארעלטערטע 'פארטפעל', מיט קייט'ס נייע קענסער באהאנדלונג. דאס איז די צווייטע גרויסע מעדיצין פירמע אויסקויף היי יאר, נאך "דזשאנסאן און דזשאנסאן" האט איבערגענומען די שווייצע "אקטעליאן" פירמע פאר $30 ביליאן.

מיט'ן פרישן אפמאך וועט 'גיליד' ווערן בעה"ב איבער קייט'ס נייע קענסער-היילונג מעטאדע, וואס שפאנט איין דעם קערפער'ס אימיון סיסטעם אליינס צו אטאקירן שעדליכע קענסער צעלן. דער מעדיצין פארשפרעכט צו זיין בס"ד א וואונדער מעדיצין פאר געוויסע סארטן קענסער (בעיקר Non-Hodgkin Lymphoma) און איז ערווארטעט צו ווערן באשטעטיגט אין די קומענדיגע 12 חדשים.

בילד: גיליד סייענסעס

בילד: קייט פארמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל