קארק, איירלאנד – דאקטוירים קענען צומאל אויסדרוקן גרויס פארדרוס ווען פאציענטן פאלגן נישט זייערע אנווייזונגען און אין רעזולטאט גייט זייער געזונט בארג אראפ. אסאך מאל איז עס פשוט וויבאלד דער פאציענט האט נישט פארשטאנען וואס דער דאקטאר האט געזאגט, און עס טרעפט זיך אסאך מער ביי עלטערע פאציענטן.

געווענליך שטאמען די טעותים וויבאלד עס האט געפעלט אין די קאמיוניקאציע צווישן דאקטאר און פאציענט – אין פאקט, ווייזן שטודיעס, ווען קאמיוניקאציע צווישן ביידע איז אויסגעצייכנט, ווערן כאטש 36% מעדיצינישע טעותים פארמיטן. אלזא, ווערט די שאלה, פארוואס אזויפיל עלטערע, וועלכע  זענען שוין לאנג אריבער די יארגענג לבינה און לעצה און האלטן שוין ביי די גבורות, פארוואס פעלט אזויפיל אין די קאמיוניקאציע צווישן זיי און דאקטוירים?

די פראגע האט געעגבערט פארשער אין "יוניווערסיטי קאלידזש קארק" אין איירלאנד, און זיי האבן דעריבער צוזאמגעקליבן און אנאליזירט אינפארמאציע פון 100 מענטשן העכער די 60 , שטודירנדיג וואו און ביי וועם עס האט זיך געמאכט מיספארשטענדענישן צווישן זיי.

דער ענטפער איז ארויסגעקומען אז שולדיג דערין איז הערן-פארלוסט. צווישן די באטייליגטע האבן 57 באריכטעט איבער אן אפגעשוואכטע חוש השמועה און 26 האבן גענוצט הער-מאשינדלעך.

43% האבן נישט דערציילט אז זיי האבן פשוט נישט געהערט וואס דער דאקטאר האט זיי געזאגט, אדער נאר געהערט האלבע ווערטער און דעריבער פארשטאנען אנדערש. נישט אייביג האבן זיי אפילו געוואוסט בשעת מעשה אז זייער הער-קראפט איז נישט דאס זעלבע ווי אמאל.

עס איז דעריבער אלץ געראטן איבערצוזאגן פאר'ן דאקטאר וואס מען האט געהערט פון אים, צו באשטעטיגן אז מען האט ריכטיג פארשטאנען.

בילד: דאקטאר: איר האט נישט געהערט וואס כ'האב געזאגט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל