דרום קארעא – אמעריקאנער וועלכע ליידן פון ארטרייטוס האבן באקומען הילף פון א פרישן שפילער אויף די ארענע. דרום-קארעא'ס טעכנאלאגיע ריז, "סעמסאנג", באקאנט אומעטום פאר זייערע טעכנאלאגישע אפאראטן, האט אריינגעשטעלט איר ערשטע טריט אין די מעדיצין מארקעט ביים ארויסשטעלן איר ביליגערע ווערסיע פון "דזשאנסאן ענד דזשאנסאן" מאכטפולע 'רומעטויד ארטרייטוס' מעדיצין "רעמיסעיד" (Remicade) די צווייטע אזא אלטערנאטיוו, אויפ'ן מארקעט. דער סעמסאנג מעדיצין ווערט פארקויפט פאר ארום 35% ביליגער פון 'רעמיסעיד'ס' יעצטיגע פרייז.

מעדיצינען וועלכע זענען נאכגעמאכטע ווערסיעס פון "ביאלאגישע" מעדיצינען (מעדיצינען געמאכט פון לעבעדיגע צעלן און ווערן גענוצט פאר קאמפליצירטע מחלות אריינגערעכנט קענסער און ארטרייטוס), זענען שטארק אויפגעכאפט אין אייראפע. אצינד ווארט מען צו זען וויאזוי אמעריקאנע דאקטוירים און פאציענטן וועלן דאס אננעמען. סעמסאנג'ס מעדיצין קאסט ארום $750 פער פלעשל, ווען דזשאנסאן ענד דזשאנסאן'ס, גייט פאר $1,100 פער פלעשל. דאס באטרעפט אין דורכשניט איבער דרייסיג אלפים פער יאר פון באהאנדלונגען.

עס איז פון די מערסט גייענדע מעדיצינען אין די פאראייניגטע שטאטן מיט $4.5 ביליאן אין סעילס פאראיאר.

בילד: סעמסאנג וועט צושטען ביליגערע ווערסיע פון די רעמיסעיד מעדיצין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל