וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט קומענדיגע וואך אונטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער אויפ'ן געביט פון העלט קעיר, וואס וועט אויפטאן גרויסע זאכן פאר מיליאנען מענטשן. דער נייער עקזעקוטיוו ארדער וועט פאראויסלייגן א פלאן פונעם סענאטאר רענד פאול פון קענטאקי, וועלכער וויל אז מענטשן זאלן קענען קויפן העלט אינשורענס פון פירמעס פונדרויסן פון זייערע סטעיטס, דאס וועט שאפן אן אויפרייס אינעם העלט אינשורענס מארקעט און וועט ערלויבן מענטשן צו קויפן ביליגע פאליסיס פונדרויסן פון דער סטעיט, און עס וועט נידערן די פרייזן. רעפובליקאנער שטופן שוין לאנג דעם פלאן, וואס אויב גייט עס אריין אין קראפט, וועט אן אינשורענס פירמע קענען פארקויפן פאליסיס פאר מענטשן פון אנדערע סטעיטס, אבער זי וועט זיין געבונדן נאר צו די רעגולאציעס אין איר היים סטעיט. עקספערטן זאגן אז עס וועט ברענגען מענטשן צו קויפן אינשורענס ביי די סטעיטס וואס האבן די ווינציגסטע רעגולאציעס וואס דערפאר זענען די פאליסיס ביליגער. אויך וועט עס ברענגען אז געזונטערע מענטשן וועלן קויפן די ביליגערע מאגערע פאליסיס און עס וועט איבערלאזן מער קראנקע און קאסטבארע פאציענטן אויף די סטעיט אינשורענס פירמעס, און דאס וועט טייערער מאכן אינשורענס פאליסיס פאר זיי. די רעפובליקאנער זעען דאך דעם פלאן אלס א מיטל צו ברעכן דעם פרייז מאנאפאל פון די גרויסע אינשורענס פירמעס. די פראגע איז צי טראמפ האט בכלל די לעגאלע רעכט דאס צו טאן דורך אן עקזעקיוטיוו ארדער.

בילד: טראמפ וויל העלט-קעיר עקזעקוטיוו ארדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל