אריזאנע – פיר יאר יאר צוריק האט א פעדעראלער ריכטער געהייסן דורכפירן א גרונטליכן איבערזיכט אינעם מאריקאופע קאונטי שעריפס דעפארטמענט אין אריזאנע, וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן באקאנטן ווילדן און ראדיקאלן שעריף ארפאיא. דער איבערזיכט האט דאן געפונען אז ער פארלעצט די געזעצן דורך דורכפירן "רעישעל פראפיילינג", דאס הייסט דירעקט צילן אויף מיניאריטעטן, און אז זיין אגענטור פייניגט די שפאנישע באפעלקערונג. דער ריכטער האט געהייסן טוישן די ווירטשאפט. פון דעם איז שפעטער געקומען די קלאגע קעגן דעם אלטן אכזר, ארפאיא, נאכדעם וואס ער האט איגנארירט דעם געריכט'ס באפעל און האט זיך אנגעפיפן אויפ'ן ריכטער. ער איז געפונען געווארן שולדיג אין קאנטעמפט אוו קאורט, אבער אין דער לעצטער מינוט, בעפאר ער האט געזאלט פאראורטיילט ווערן, האט אים פרעזידענט טראמפ פארדאנירט.

איצט איז ארויסגעקומען א באריכט אז די ווירטשאפט אינעם מאריקאופע קאונטי שעריפס דעפארטמענט טויג נאך אלץ נישט און נאך אלץ זענען דא פארביסענע שעריפס דעפיוטיס וואס רודפ'ן די שפאנישע באפעלקערונג. דער נייער שעריף, וואס האט איבערגענומען דעם אמט פון ארפאיא, האט פארשפראכן צו פארבעסערן די זאך.

בילד: אריזאנע פאליציי גייען אן מיט ראסיזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל