האוואאי – א טערקישער מאן וועלכער איז באשולדיגט געווארן אין מאכן איבערקערענישן אויף אן עראפלאן רייזע פון קאליפארניע קיין האוואאי, אזש אז קאמפס עראפלאנען האבן געמוזט גערופן ווערן צו באגלייטן דעם עראפלאן ביים לאנדן אין האנאלולו, האוואאי, האט זיך דערקלערט שולדיג, און עס ווארט אים א שווערער שטראף. דער מאן, אניל אסקאני, איז געווען אין אמעריקע אויף א סטודענטן וויזע. דער אינצידענט האט פאסירט אויף אן אמעריקען עירליינס פלייט פון לאס אנדזשעלעס, קיין האנאלולו, פארגאנגענעם מאי. ווען ער האט פארלאנגט זיך צו זעצן ביים ערשטן ארט, און האט דאן פרובירט אריינצוטרעטן אינעם קאקפיט פונעם עראפלאן. א פלייט אטענדענט האט בלאקירט זיין וועג מיט א טרונקען וועגעלע. מ'האט אים געבונדן מיט דאקט טעיפ און אריינגעשליידערט אין א זיץ. עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז גייסטיש נישט מיט אלעמען. ער האט נאך אינעם לאס אנדזשעלעס עירפארט אויפגעברענגט פארדאכטן, פאר'ן קויפן א וואן-וועי טיקעט, ביים קאונטער אין עירפארט, טיף אין די נאכט שעה'ן, רייזנדיג אן קיין רענצל. ער איז אויך שיער ארעסטירט געווארן אינעם עירפארט, פאר'ן עפענען אומאויטאריזירט א טיר וואס פירט צו אפגעצוימטע ערטער. ער וועט עווענטועל דעפארטירט ווערן קיין טערקיי.

בילד: אניל אסקאני

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל