ניו יארק — עם-טי-עי טשעירמאן דזשאו לאוטע האט געזאגט אז ער וויל אז די טראנזיט אגענטור זאל פאררעכטן אן ערנסטן פראבלעם מיט אירע רעגולאציעס, וואס ער האלט אז די עקזיסטירנדע רעגולאציעס קענען צוברענגען ערנסטע באן אינצידענטן. לאוטע זאגט אז לויט די יעצטיגע רעגולאציעס, אויב א דרייווער איז דיאגנאזירט געווארן מיט "סליעפ עפניע", וואס באדייט אז ער קען איינשלאפן אינמיטן דרייוון, מוז ער נישט גלייך אויפהערן דרייוון א באן ווי נאר ער ווערט דיאגנאזירט, נאר ער מעג פאר גאנצע דריי מאנאטן אנגיין ווייטער אלס באן דרייווער, בעפאר'ן גיין פאר באהאנדלונג. לאוטע ברענגט ארויס אז עס האבן שוין פאסירט א סעריע באן אינצידענטן, וועלכע האבן זיך געענדיגט מיט פאטאליטעטן, וואס שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס האט פאסירט ווייל דער דרייווער האט געהאט "סליעפ עפניע", און דעריבער איז צייט אז מ'זאל טוישן די רעגולאציעס און פארלאנגען אז ווי נאר א באן דרייווער ווערט דיאגנאזירט מיט די קרענק, זאל ער נישט טארן צוגעלאזט ווערן צום רעדל פון א באן, בעפאר ער באקומט געהעריגע באהאנדלונג.

בילד: עם-טי-עי וויל פארמיידן עקסידענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל