מיטל מזרח – איז דאס נישט געשמאק אז אנשטאט פארן מיט א טעקסי אויטא, קען מען פליען? דוביי האלט ערנסט דערביי. זי האט די וואך דורכגעפירט א פראבע מיט א דראון טעקסי סערוויס. דער פליענדיגער טעקסי איז אנטוויקלט געווארן דורך דער דייטשער דראון פירמע, וואלוואקאפטער, עס קוקט אויס ווי א קליינע צוויי זיצנדיגע העליקאפטער קאבינע, מיט א גרויסן געבוי וואס פארמאגט 18 פראפעלערס. די מאשינקע קען פארן אויטאנאמיש מיט'ן אייגענעם שכל אן רעמאוט קאנטראל. עס קען פליען פאר 30 מינוט אויף דער קראפט פון די באטעריעס. עס פארמאגט פילע בעק–אפ מיטלען אין פאל פון פראבלעמען, אריינגערעכענט בעק-אפ בעטעריס, ראטארס און אפילו פאראשוטן. די וואלוואקאפטער פירמע איז אין א געיעג מיט איבער א טוצן אנדערע גוט פינאנצירטע אייראפעאישע און אמעריקאנער פירמעס, וועלכע האבן אויך ענליכע פלענער, וואס קוקט נאך אויס ווי פאנטאזיעס. צווישן זיי איז עירבאס וועלכע פלאנירט אין דריי יאר ארום צו האבן א לופט טעקסי. אויך איז דא די "אובער" פירמע און די קיטי-האוק פירמע אנגעפירט דורך דעם גוגל קא-גרינדער, לערי פעידזש.

בילד: דוביי פלאנירט איינצופירן לופט טעקסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל