אלאסקע – א סומאטאכע איז געשאפן געווארן אין קעטשיקען, אלאסקע, ווען די סטעיט האט איבערגעפארבט די דאפלטע געלע צעשיידונג ליניעס וואס טיילן אפ צווישן די קעגנזייטיגע ריכטונגען אויפ'ן טאנגאס הייוועי, און עס שטעלט זיך ארויס אז זיי טויגן נישט. פילע מאטאריסטן האבן זיך באקלאגט אז די שטריכן זענען געפארבט נישט צו דער זאַך, קרום און זייער אומפראקטיש, אויך האט זיך די פעינט נישט אויסגעטרוקנט צייטליך און קארס וואס זענען געפארן אויף די נארוואס געפארבטע שטריכן זענען זייערע רעדער און קארס פארשמירט געווארן מיט די געלע פעינט, און ווי באקאנט, ווערט א גוי, ווען זיין קאר ווערט פארשמירט אדער צעקריצט, איז ער אויס מענטש. די סטעיט דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע האט געזאגט אז די שולד איז געוויס דער יומיד וועטער וואס האט געמאכט אז די פעינט האט זיך נישט גענוג שנעל אויסגעטרוקנט. זי האט געראטן אז מענטשן זאלן נוצן פרעשור וואשערס אפצואוואשן זייערע אויטאס. אויב די געלע פעינט קומט נישט אראפ זאל מען עס באשפריצן מיט דאבעליו–די 40 און לאזן אזוי זיצן 2 שעה און דאן אפוואשן מיט א פאוער וואשער. אויב ס'נוצט אויך נישט זאל מען באשמירן דעם ארט מיט א דיקן שיכט וואזאלין, לאזן זיצן איבערנאכט און דאן אפוואשן.

בילד: מ'פלאגט זיך מיט די שאסיי שטריכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל