30,000 מענטשן זענען עוועקיואירט געווארן פון זייערע היימען אין די שטאט וויניציע אין מזרח אוקראינע נאכדעם וואס מאגאזין אין וועלכע עס איז געהאלטן געווארן אמוניציע איז ארויף אין פלאמען און טויזנטער טאן פון אויפרייס מאטריאל האבן עקספלאדירט, די אויפרייס האט פאסירט נעכטן און עס ווערט נאך אויסגעפארשט וויאזוי דאס האט פאסירט, די אויטאריטעטן שליסן נישט אויס אז דאס איז געווען א סאבאטאזש אקט פון א פרא-רוסישע אגענט, אדער גאר א סאפיסטיקירטע דראון אטאקע דורך רוסלאנד. די אויפרייס איז געווען גאר מעכטיג און א מאסיווע פייער קנויל איז געזען געווארן הונדערטער מיילן ווייט, די אויטאריטעטן האבן באלד אפגעהאקט די עלעקטעריציטעט און גאז פאר די גאנצע געגענט, און עוועקיואירט אלע ארומיגע וויבאלד עס קענען נאך מעגליך נאכפאלגן נאך אויפרייסן פון די פייער וואס ברענט נאך דארט. די מאגאזין איז די גרעסטע וואפן און אמוניציע מאגאזין פון די אוקראינער מיליטער און די אוקראינער זענען ביי די מיינונג אז עס האנדלט זיך פון אן אטאקע, אבער דערווייל איז נישטא קיין קלארע באווייזן איבער וואס האט פאסירט.

בילד: מאסיווע אויפרייס פון וואפן מאגאזין אין אוקראינע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל