כינע האט געגעבן א פארארדענונג פאר אלע נארט קארעאר פירמעס וועלכע אפערירן אין כינע אז זיי דארפן זיך שליסן אין די קומענדיגע 120 טעג, און זיי טוען גענצליך אפהאקן האנדל מיט נארט קארעא, א זאך וואס וועט האבן א קאטעסטראפישע עפעקט אויף די עקאנאמיע פון נארט קארעא. כינע איז געווען די גרעסטע און וויכטיגסטע האנדלס שותף פאר נארט קארעא, און די מערהייט פון די עקספארט פון נארט קארעא גייט קיין כינע. ביז יעצט האבן זיי שוין אפגעשטעלט אלע טעקסטיל ליפערונגען פון נארט קארעא און איינגעצוימט אויל ליפערונגען, אבער יעצט האבן זיי אדאפטירט די לעצטע רונדע פון סאנקציעס וואס די פעלקער פאראיין האט דורכגעפירט אין ליכט פון די לעצטע מיסיל פראבע. דאס איז א טויש אין די כינעזער פאליסי, אמאל פלעגן זיי נישט ערנסט אינפארסירן סאנקציעס קעגן נארט קארעא, אבער לעצטנס ווערן זיי שוין אויך נערוועז פון די פראוואקאציעס פון זייער שכן. די לעצטע אינפארסירונג טוט כמעט גענצליך איזאלירן נארט קארעא פון יעדע האנדלס פארבינדונג מיט די דרויסנדיגע וועלט.

בילד: כינע טוט שטרענג אינפארסירן סאנקציעס קעגן נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל