אלאבאמא – די רעפובליקאנער פארטיי פירער טוען שטילערהייט אנערקענען אז עס ווארטן כאאטישע מאנאטן און גאר שווערע פארמעסטן פאר רעפובליקאנער עסטאבלישמענט פאליטישאנס אין קאנגרעס און אינעם סענאט, נאכדעם וואס די אנטי-עסטאבלישמענט קאנסערוואטיווע באוועגונג האט אפגעהאלטן א גרויסן פאליטישן זיג און פארשפרעכט אנצוהאלטן זייער קאמף אין לויף פון די מיד-טוירם וואל סעזאן אין די קומענדיגע מאנאטן. די זיג פייערונג ביי דער קאנסערוואטיווער אנטי-עסטאבלישמענט באוועגונג, קומט נאכדעם וואס דער קאנסערוואטיווער ראי מאור, האט גרינג באזיגט סענאטאר לוטער סטרעינדזש ביי די ספעציעלע אלאבאמא סענאט פריימערי פארמעסט וועלכע איז פארגעקומען די וואך דינסטאג, און מאור האט באוויזן איבערצוקומען א מאסיוון קאמפיין וואס די רעפובליקאנער פארטיי עסטאבלישמענט האט געפירט קעגן אים, אריינגערעכנט דאס אויסגעבן מיליאנען דאלארן אין שטיצע פון סענאטאר סטרעינדזש און דאס אז פרעזידענט טראמפ און וויצע פרעזידענט מייק פענס זענען פערזענליך אראפגעקומען קיין אלאבאמא צו קאמפיינען פאר סטרעינדזש.

בילד: אלאבאמא רעזולטאט שאקירט עסטאבלישמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל