וואשינגטאן – עס איז שטארק מעגליך אז נאך א הויכראנגיקער טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער וועט געצווינגען ווערן צו פארלאזן זיין פאזיציע, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט מיטוואך נאכמיטאג געזאגט אז ער איז שטארק אומצופרידן מיט זיין געזונטהייט סעקרעטאר טאם פרייס איבער דעם וואס ער האט גערייזט אויף גאר טייערע פריוואטע פליגערס פאר פריוואטע אורזאכן און האט דערנאך גענוצט רעגירונג שטייער-צאלער געלטער צו דעקן די קאסטן דערפון. טראמפ האט געזאגט אז דערווייל איז ער נישט זיכער איבער פרייס' צוקונפט און צי ער וויל אים ארויסווארפן. אלעס אינאיינעם האט פרייס גענומען 26 פלי רייזעס אויף טייערע פריוואטע פליגערס, וואס האט אפגעקאסט פאר אמעריקאנער שטייער-צאלער ארום דריי הונדערט טויזנט דאלאר, און יעצט גייט אן א גרונטליכע אויספארשונג דורכ'ן "אינספעקטאר דזשענעראל" אינערהאלב דער געזונטהייט דעפארטמענט, און פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וועט ווארטן אויף די רעזולטאטן פון דער אויספארשונג און וועט דערנאך באשליסן וואס צו טאן מיט פרייס.

בילד: טראמפ קלערט פון ווארפן געזונטהייט סעקרעטאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל