בעיזשינג – די אידישע געמיינדע אין כינע, מערסטנס פון די פערמאנענטע אידן קאנצענטרירט אין שאנכאי, האבן רעאגירט מיט פרייד צו די נייעס אז זיי וועלן פון היי–יאר און ווייטער קענען געהעריג איינקויפן ד' מינים אויף יום טוב סוכות, נאכדעם וואס די כינעזער רעגירונג האט אראפגענומען א לאנגיעריגן פארבאט אויף אריינליפערן די ד' מינים צוליב אגריקולטור זיכערהייט זארגן. דער היסטארישער דורכברוך איז צושטאנד געקומען, א דאנק די ארבעט פון ר' שלום גרינבערג הי"ו, וועלכער פראוועט יעדעס יאר דעם יום טוב סוכות אין שאנכאי שוין זינט 998' און פאר לאנגע יארן האט מען געהאט גרויס שוועריגקייטן ווען עס איז געקומען צו די ד' מינים, ווייל די כינעזער רעגירונג האט גאר שטרענגע רעגולאציעס ווען עס קומט אריינצוברענגען פרוכט און גרינצייג פון אויסלאנד. די כינעזער אויטאריטעטן האבן נישט אפגעקויפט דעם אויסרייד אז עס איז פאר רעליגיעזע אורזאכן, פארלאנגענדיג צו זען באווייזן אז עס האט עפעס מיט רעליגיע. ר' שלום הי"ו האט געשאפן א כינעזער פראפעסאר וועלכער האט אפגעשריבן א לענגערן ארטיקל פאר די אויטאריטעטן און זיי ערקלערט די מצוה פון ד' מינים, און זיי האבן געמאלדן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי אריינלאזן סעטס ד' מינים אין לאנד.

בילד: כינע ערלויבט שוין אריינצוברענגען ד' מינים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל