טרענטאן – פעדעראלע אויספארשער און פראקורארן האבן געעפנט אן אויספארשונג קעגן א לאקאלן מעיאר אין א ניו דזשערסי שטעטל, צו דערגיין צי ער האט מעגליך פארלעצט רעליגיע רעכטן געזעצן ביים בלאקירן א פראיעקט פאר א נייעם בית המדרש. די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אפיציעל אויף דער אנגייענדיגער אויספארשונג, וועלכע קאנצענטרירט זיך ארום דעם ניו דזשערסי שטעטל וואודקליף לעיק, וואו לאקאלע אידישע איינוואוינער האבן געוואלט קויפן א שטיק פראפערטי נעבן זייער עקזיסטירנדע שול, אויף צו בויען א נייע גרעסערע שוהל, נאכצוקומען דעם וואוקס פון דער לאקאלער אידישער געמיינדע. די וואודקליף לעיק אויטאריטעטן, און ספעציפיש מעיאר קארלאס רענדא און די זאונינג באורד באאמטע, האבן נאכאנאנד געשטעלט בלאקאדעס אז די אידן זאלן נישט קענען דורכפירן דעם אפקויף, טראץ וואס די אידן זענען נאכגעקומען יעדע ספעציפישע פארלאנג וואס די זאונינג באאמטע האבן געשטעלט. אצינד ווערן די באאמטע אויסגעפארשט איבער מעגליכע רעליגיע דיסקרימינאציע.


בילד: ניו דזשערסי מעיאר ווערט געפארשט איבער שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל