בערלין – די פעיסבוק טעכנאלאגיע פירמע האט נעכטן געמאלדן, אז אין די וואכן בעפאר די וואלן אין דייטשלאנד, האבן זיי פארמעקט צענדליגער טויזנטער פאלשע אקאונטס וואס זענען געגרינדעט געווארן אין דייטשלאנד, שטייענדיג אויף דער וואך אז קיין שום פראפאגאנדע קאמפיין פון א פרעמדן לאנד זאל נישט קענען באאיינפלוסן דאס דייטשע פאלק אין די וואלן. אין א סטעיטמענט, האט פעיסבוק געזאגט אז צוליב וואס רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער און פראנצויזישע פרעזידענט וואלן, האבן זיי געוואוסט אז אין דייטשלאנד וועט זיין אן ענליכן פראבלעם, און זיי האבן באלד אנגעהויבן ארבעטן האנט ביי האנט מיט די דייטשע אויטאריטעטן, צו פארמיידן די פארשפרייטונג פון פאלשע נייעס דורך צענדליגער טויזנטער פאלשע פעיסבוק אקאונטס. זיי האבן טאקע סוקסעספול באוויזן צו פארמעקן אומצאליגע פאלשע אקאונטס, און זי פארשט אויס צי די אקאונטס זענען געגרינדעט געווארן דורך רוסישע העקערס.

בילד: רוסלאנד מעגליך געבונטעוועט אין דייטשלאנד וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל