מערב ברעג – די אינטערנאציאנאלע "אינטערפּאָל" פאליציי אגענטור האט נעכטן געשטימט אריינצונעמען "פאלעסטינע" אלס א פולקאמע מיטגליד און אנערקענט די פאלעסטינער אלס "די פאלעסטינער לאנד", אין א שטארק דיפלאמאטישן קלאפ פאר מדינת ישראל. די אפשטימונג איז אפגעהאלטן געווארן דורך רעפרעזענטאטן פון "אינטערפאל" ביי א פארזאמלונג אין כינע, וואו עס איז באשטעטיגט געווארן אריינצונעמען די פאלעסטינער, מיט 75 לענדער וועלכע האבן געשטימט דערפאר, 24 וועלכע האבן געשטימט דערקעגן און 34 וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון שטימען. די פאלעסטינער האבן אונטערגענומען עטליכע יאר צוריק א נייעם קאמפיין צו קריגן אנערקענונג ביי אזעלכע סארט אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן, אריינגערעכנט די יו-ען, וואו אמעריקע און מדינת ישראל האבן דערווייל סוקסעספול בלאקירט אז פאלעסטינע זאל נישט אנערקענט ווערן אלס א פאקטישע לאנד. מדינת ישראל האט שוין עטליכע מאל ספעציפיש בלאקירט די פאלעסטינער פון זיך אנשליסן אין אינטערפאל, און אצינד איז עס געלונגען פאר די פאלעסטינער, פירנדיג צו גרויס אויפברויז פון די מדינת ישראל רעגירונג אויטאריטעטן.

בילד: אינטערפּאָל אנערקענט פאלעסטינער לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל