אפגאניסטאן – דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס איז געצילט געווארן אין אן אטענטאט פארזוך, ווען עטליכע ראקעטן האבן באטראפן אן אפגאנער לופטפעלד געציילטע שטונדן נאכדעם וואס מעטיס האט געלאנדעט אינעם לופטפעלד, פאר א באזוך מיט די אפגאנער רעגירונג אויטאריטעטן. די ראקעטס האבן געלאנדעט אויף א ליידיגן ארט אינעם האמיד קארזאי אינטערנעשאנעל לופטפעלד, און איין ראקעט האט באטראפן א היים נעבן דעם לופטפעלד, איבערלאזנדיג 5 ציווילע פארוואונדעטע, און די טאליבאן האט נישט לאנג נאך דער ראקעט אטאקע פובליצירט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע און געזאגט אז דער ציל איז געווען אומצוברענגען מעטיס. אין דער זעלבער צייט האט די אייסיס טעראר גרופע אויך ארויסגעגעבן א סטעיטמענט און דערקלערט פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, אבער אנאליסטן האבן געזאגט אז די טאליבאן איז טאקע ווארשיינליך געשטאנען אונטער דער אטאקע. דער ציל פון מעטיס' באזוך איז געווען אויפצוטרייבן לאקאלע שטיצע פאר פרעזידענט טראמפ'ס נייע אפגאניסטאן סטראטעגיע.

בילד: מעטיס געצילט אין אפגאן ראקעט אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל