וואשינגטאן. – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ארויסגעשטעלט א היסטארישן פלאן צו רעפארמירן דעם שטייער סיסטעם אין אמעריקע, וואס אויב וועט עס באשטעטיגט ווערן דורך קאנגרעס און סענאט, און אריינגיין אין קראפט, וועט דאס זיין דער גרעסטער שטייער רעפארם זינט ארום פערציג יאר צוריק. דערווייל איז נישט קלאר צי דעם פרעזידענט'ס פלאן האט גענוג שטיצע, אבער עס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך א מערהייט רעפובליקאנער פאליטישאנס, און דאס ווייסע הויז האט קלארגעשטעלט אז דער פרעזידענט וויל ארבעטן צו באקומען שטיצע פון די דעמאקראטן פאר'ן פלאן.

דער שטייער–פלאן וואס טראמפ האט געמאלדן, איז די רעזולטאט פון דער ארבעט פון די "גרויסע זעקס", זעקס פאליטישע פיגורן וועלכע זענען געזעסן אין די לעצטע וואכן און אויסגעארבעט דעם פלאן. די זעקס זענען ווי פאלגענד: טראמפ'ס עקאנאמישער ראטגעבער און פירער פונעם נאציאנאלן עקאנאמישן קאונסיל גערי קאהן, טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין, סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל, סענאט פינאנץ קאמיטע טשעירמאן אורין העטש, קאנגרעס ספיקער פאול רייען און הויכראנגיקער קאנגרעסמאן קעווין ברעידי.

זייער פלאן רופט אוועקצושטעלן דריי נייע אינדיווידועלע שטייער ראטעס, 12 פראצענט פאר די ארימסטע פארדינער, 25 פראצענט פאר די מיטל-קלאס און 35 פראצענט פאר דעם רייכן קלאס. די יעצטיגע העכסטע ראטע פאר אינדיווידועלע שטייער איז 39.6 פראצענט, און די "גרויסע זעקס" זאגן אז זיי זענען אפן צו העכערן די העכסטע שטייער ראטע העכער ווי 35 פראצענט, אויב וועט דאס ברענגען אז דעמאקראטן – וועלכע האלטן אז די רייכסטע קלאס דארף צאלן גרויסע פראצענטן שטייערן – זאלן שטיצן דעם גאנצן פלאן.

בילד: פרעזידענט טראמפ וויל היסטארישן שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל