טעקסאס – מען הערט פון אומצאליגע אידישע ארגאניזאציעס און ביזנעסער פון איבער'ן לאנד, וועלכע ארגאניזירן צו שיקן עסנווארג קיין יוסטאן, טעקסאס, פאר די ארטיגע אידישע איינוואוינער וועלכע האבן געליטן פונעם שווערן היסטארישן האריקעין הארווי. אין איין מערקווירדיגע געשיכטע, האט מען געהערט איבער א אידישע חתן וכלה אין יוסטאן, וועלכע זענען געווען געצוואונגען אפצושטופן זייער חתונה, וואס איז געווען געפלאנט אויף דער וואך. הבחור יהושע טיליס און הכלה דינה סקאלקין האבן געזאלט חתונה האבן די וואך, אבער ווען זיי האבן געהערט פון פילע פאמיליע מיטגלידער אינדרויסן פון טעקסאס אז ס'זענען דא ערנסטע שוועריגקייטן אנצוקומען צו דער סטעיט, היות טויזנטער פלי רייזעס זענען אפגעשאפן געווארן, האבן זיי אפגעשטופט די חתונה. דער באווארפן האט געדארפט זיין די וואך שבת, אבער וויבאלד די חתונה איז אפגעשטופט געווארן, האבן די פאמיליעס מנדב געווען די צוגעגרייטע עסנווארג פאר דעם דזשואיש צענטער אין יוסטאן, וואו עס האלטן זיך אויף אידישע פאמיליעס וואס האבן געליטן פונעם האריקעין. די חתן וכלה זאגן אז זיי וועלן אויסנוצן די טעג פון זייער אפגעשטופטע חתונה, זיך אנצושליסן אין פארשידענע וואלונטיר גרופעס, און זיי וועלן אין לויף פון דער וואך ארויסהעלפן געליטענע.

בילד: יוסטאנער אידן קריכן ארויס פון האריקעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל