דייטשלאנד – פראקורארן אין דייטשלאנד האבן געזאגט אז זיי ציען צוריק פון די קלאגעס קעגן א געוועזענעם נאצישן פאראמעדיק אינעם אוישוויץ לאגער, וויבאלד יענער ליידט פון דימענשיע און איז צו שוואך און קראנק אויסצושטיין א פראצעס. די רעדע איז פון הובערט זעפקע (Hubert Zafke), א געוועזענער פאראמעדיק אין אוישוויץ, וועלכער איז אויסגעשטאנען נאענט צו פיר טויזנט מארד קלאגעס איבער זיין ראלע אין ארויסהעלפן דערמארדן טויזנטער אידן אין אוישוויץ. דריי ריכטער האבן עטליכע חדשים צוריק געאורטיילט אז זעפקע איז צו אלט און ער קען נישט אויסשטיין קיין פראצעס, און אויף דעם אורטייל האבן פראקורארן זיך קודם באקלאגט קעגן די ריכטער, זאגנדיג אז זעפקע איז בכלל נישט אזוי אלט, ווייל עלטערע געוועזענע נאציס פון אים זענען שוין יא געהעריג אויסגעשטאנען א פולער פראצעס. אפאר וואכן צוריק האט א געריכט מסכים געווען מיט די פראקורארן און געזאגט אז די 3 ריכטער זענען גענייגט לטובת זעפקע, קענען זיי נישט דינען אויפריכטיג אויפ'ן קעיס, וואס דערמיט האט געהייסן אז דער פראצעס קעגן זעפקע וועט זיך רוקן פאראויס, אבער למעשה האבן די פראקורארן אליינס געזאגט אז זיי אנערקענען אז ער איז צו אלט און שוואך, און ער ווערט דעריבער ריינגעוואשן.

בילד: אוישוויצער פאראמעדיק גייט פריי

בילד: אוישוויצער פאראמעדיק גייט פריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל