בערלין – איינוואוינער אין צוויי שטעט אין דייטשלאנד זענען עוואקואירט געווארן, אין דער סאמע גרעסטער עוואקואציע אין לאנד זינט דער צווייטער וועלט קריג, צוליב וואס די אויטאריטעטן האבן זיך געגרייט אויפצורייסן עטליכע באמבעס וואס זענען געפונען געווארן ביי קאנסטרוקציע פראיעקטן פאריגע וואך. אין דער שטאט קאבלאזש זענען 21 טויזנט איינוואוינער עוואקואירט געווארן, און מ'האט פרובירט אויפצורייסן אן עלף-הונדערט פונטיגע באמבע פון דער צווייטער וועלט קריג עפאכע, צווישן די צענדליגער טויזנטער עוואקואירטע, זענען געווען הונדערטער ארעסטאנטן פון לאקאלע טורמעס און הונדערטער שפיטאל פאציענטן. באזונדער אין פראנקפורט, זענען איבער זעכציג טויזנט איינוואוינער עוואקואירט געווארן, וויבאלד היינט זונטאג גייט מען דארט פרובירן פטור צו ווערן פון א 2 טאניגער בריטישער באמבע וואס מ'האט געטראפן אונטער דער ערד.

בילד: היסטארישע דייטשלאנד באמבע עוואקואציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל