קעניע – דאס העכסטע געריכט אינעם אפריקאנער לאנד קעניע האט געאורטיילט, אז די רעזולטאטן פון די פארלאפענע פרעזידענט וואלן, זענען אפיציעל אנולירט. די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן אונטער גרויס אנגעצויגנקייט, ווען ס'איז געלאפן דער אמטירנדער פרעזידענט אוהורו קעניאטא (Uhuru Kenyatta) פאר ווידערוויילונג און זיין הויפט קעגנער ראילא אודינגא (Raila Odinga), וועמענ'ס שטיצער האבן באשולדיגט אז קעניאטא פירט זיך אויף ווי א דיקטאטור. ווען די וואלן זענען למעשה געציילט געווארן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז קעניאטא האט באקומען 54.4 פראצענט און אודינגא האט באקומען 44.8 פראצענט, און קעניאטא איז דערקלערט געווארן דער געווינער. באלד נאך די וואלן האט מען באשולדיגט קעניאטא אין טון פארשידענע אומלעגאלע שריט צו געווינען די וואלן, און אצינד האט דער סופרים קאורט אין לאנד אנולירט די וואלן און פארלאנגט פרישע וואלן אין די קומענדיגע 60 טעג. קעניאטא האט דערווייל נישט געזאגט צי ער וועט אויספאלגן דעם סופרים קאורט אורטייל, נאר ער האט אראפגעריסן די ריכטער אלס "שווינדלער". ער האט אבער פארשפראכן איינצופירן "טוישונגען", און פון איבער דער וועלט קוקט מען צו זען וואס ס'וועט זיך דארטן אויסקאכן.

בילד: געריכט אנולירט קעניע וואל רעזולטאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל