פיאנגיענג – די רעגירונג-קאנטראלירטע מידיא אין דער קאמוניסטישער צפון קארעא האט נעכטן פובליצירט בילדער וויאזוי זייער פירער קים יאנג אן באטראכט א געוויסע באמבע, און ווי דער ארטיגער רעזשים זאגט האט קים מיטגעהאלטן וויאזוי מען שטעלט צוזאם די סאמע לעצטע טיילן פון א גאר פארגעשריטענע געפארפולע היידראזשין באמבע. צפון קארעא זאגט אז זי האט שוין באוויזן צו אנטוויקלען די טעכנאלאגיע ארויפצולאדענען א היידראזשין באמבע אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל, וואס קען שוין, לויט ווי זי זאגט, שיסן א היידראזשין נוקלעארע באמבע אויף די פאראייניגטע שטאטן. עקסטער האט די דרום קארעא רעגירונג באריכטעט, אז דעם היינטיגן זונטאג אינמיטן טאג לאקאלע צייט האט מען אין צפון קארעא געפילט א שטארקן שוידער, וואס איז געווען א פרישע נוקלעארע טעסט. די נייעס קומט נאכדעם וואס צפון קארעא האט שוין דורכגעפירט צוויי נוקלעארע טעסטן פאראיאר, וואס איינס פון יענע צוויי איז געווען אויף א היידראזשין באמבע, און זי האט שוין אויך לעצטנס געוויזן אז זי האט סוקסעספולע אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסילס.

בילד: צפון קארעא'ס היידראזשין באמבע פארשריט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל