קאליפארניע – נעכטן האבן גרופעס רוסישע דיפלאמאטן פארלאזט די רוסישע קאנסולאטן און אנדערע דיפלאמאטישע געביידעס אין וואשינגטאן די-סי, סאן פראנציסקא און ניו יארק, אויספאלגנדיג דעם פארלאנג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע צו עוואקואירן די געביידעס, אלס א נקמה איבער דעם וואס רוסלאנד האט ארויסגעווארפן איבער 700 אמעריקאנער דיפלאמאטן פון מאסקווע עטליכע וואכן צוריק.

די אפשפארונג פון די רוסישע קאנסולאטן און געביידעס אין אמעריקע, צייכנט אפ א פרישן שטאפל פון אנגעצויגנקייט אין די באציאונגען צווישן רוסלאנד און אמעריקע, און די רוסישע רעגירונג האט שארף פארדאמט אין א סטעיטמענט די אמעריקאנער פארארדענונג, זאגנדיג אז מיט'ן אפשפארן די געביידעס טוט די טראמפ אדמיניסטראציע פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעצן.

די גאנצע זאך איז אויך צוגעגאנגען מיט נישט-ווייניג דראמא און קאנספיראציע, ווען מ'האט פרייטאג נאכמיטאג געזען וויאזוי עס קומט ארויס שווארצע רויך פונעם קוימען פון דער רוסישער דיפלאמאטישער געביידע אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע, און לאקאלע פייערלעשער זענען נישט צוגעלאזט געווארן אונטערצוזוכן דאס פייער. אנאנימע איינגעשטעלטע האבן געזאגט אז דיפלאמאטן פארברענען דאקומענטן אין דער געביידע.

רוסלאנד האט באשולדיגט אז די עף-בי-איי און אנדערע אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן גייען זיך אריינברעכן אין דער געביידע און עס אונטערזוכן, ווי נאר די דיפלאמאטן וועלן זיין פארטיג מיט זייער עוואקואציע, און עטליכע רוסישע מידיא אגענטורן האבן אפילו פובליצירט פאלשע ווידעאס וויאזוי פעדעראלע אגענטן ברעכן זיך איין דארטן. די אמעריקאנער רעגירונג האט עס אבער געלייקנט און געזאגט אז די עוואקואציעס זענען צוגעגאנגען רואיג.

בילד: רוסן עוואקואירן קאנסולאטן אין אמעריקע; מאסקווע ברויזט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל