וואשינגטאן – די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז זיי האבן נישט געטראפן קיין שום באווייזן אז דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט פארארדענט אונטערהער אפאראטן אויף טראמפ טאוער אין לויף פון די יאר 16' פרעזידענט וואלן. די סטעיטמענט פונעם יוסטיץ דעפארטמענט איז געווען אין רעאקציע צו א פארלאנג וואס א וואטשדאג גרופע האט אריינגעגעבן אין געריכט, נאכדעם וואס טראמפ האט אין מערץ באשולדיגט, אין א מעסעדזש אויף טוויטער, אז אבאמא האט אונטערגעהערט טראמפ טאוער. די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז אירע אויספארשער און אנדערע פעדעראלע אגענטורן האבן נישט געפונען קיין שום באווייזן, אז אבאמא זאל האבן פארארדענט אזא זאך. נאכדעם ווי טראמפ האט ארויסגעשיקט זיין באשולדיגונג אין מערץ, האט דער דעמאלטדיגער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, אויך געזאגט אז טראמפ'ס באשולדיגונג איז אומבאגרונדעט – וואס טראמפ האט דערויף שטארק געהאט געברויזט, אבער יעצט זאגן עס פאקטיש טראמפ'ס אייגענע איינגעשטעלטע אין דער יוסטיץ דעפארטמענט.

בילד: יוסטיץ דעפט: אבאמא נישט אונטערגעהערט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל