וואשינגטאן – דער "ניו יארק טיימס" באריכטעט אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער האט געלייגט א האנט אויף א בריוו וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן מיט סיבות איבער ארויסווארפן דזשעימס קאומי פון זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר. טראמפ האט געשריבן דעם בריוו אין מאי, עטליכע וואכן בעפאר'ן ארויסווארפן קאומי, און טראמפ׳ס ראטגעבער סטיווען מיללער האט אים געהאלפן שרייבן דעם בריוו. למעשה האט טראמפ נישט געשיקט דעם בריוו צו קאומי, וויבאלד דער הויפט ווייסע הויז לויער דאן מעגהען האט געזאגט פאר טראמפ אז דער בריוו איז לעגאל פראבלעמאטיש. לויט'ן באריכט, האט די יוסטיץ דעפארטמענט איבערגעגעבן א קאפיע פון טראמפ'ס אומגעשיקטע בריוו פאר מוללער, און מוללער וועט נוצן דעם אינהאלט פונעם בריוו צו דערגיין צי טראמפ האט געטאן עפעס אומלעגאל אדער אומעטיש מיט'ן אויפזאגן קאומי.

בילד: מוללער באזיצט טראמפ'ס קאומי בריוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל