יוסטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן נאכאמאל באזוכט טעקסאס, און דאסמאל האט ער זיך געטראפן מיט איבערלעבער און געליטענע פון האריקעין הארווי אין יוסטאן. דער פרעזידענט האט גערעדט צו איבערלעבער, געהערט זייערע געשיכטעס, און דערנאך ארויסגעהאלפן מיט'ן פארטיילן עסנווארג און אנדערע הילף פאר די געליטענע. טראמפ׳ס באזוך איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס דער יוסטאנער מעיאר האט פארארדנט דריי הונדערט איינוואוינער אין א שטארק פארפלייצטער געגנט צו פארלאזן זייערע הייזער, גרינגער צו מאכן פאר די פייערלעשער וועלכע שטעלן זיך איין דאס לעבן ביים ארומגיין זוכן מענטשן. נעכטן האט מען אויך געהערט אז אויטאריטעטן אין טעקסאס האבן געמאלדן, אז די צאל באשטעטיגטע פאטאליטעטן פונעם היסטארישן האריקעין הארווי איז געשטיגן צו 44.

בילד: טראמפ באזוכט האריקעין-באטראפענע טעקסאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל