קאליפארניע - אין לאס אנדזשעלעס ברענט יעצט דאס גרעסטע וואלדפייער אין דער היסטאריע פון דער שטאט. דאס פייער האט זיך אנגעהויבן פרייטאג אויף א קעניאן בארג נעבן דער שטאט, און האט זיך זייער שנעל פארשפרייט, אדאנק שטארקע היצן וואס האבן זיך אראפגעלאזט אויף גאנץ קאליפארניע אין די לעצטע צוויי טעג. דאס פייער האט שוין דערווייל פארציקט פינף טויזנט אקער-לאנד, און האט געברענגט צו די עוואקואציעס פון כמעט טויזנט פאמיליעס, אריינגערעכנט אין די בורבענק און גלענדעיל געגנטער. לאס אנדזשעלעס מעיאר, עריק גארסעטי, זאגט אז היינטיגן זונטאג אינדערפרי וועלן מעגליך פארארדנט ווערן מער עוואקואציעס, אויב וועט דאס פייער נישט זיין מער ווי צען פראצענט אונטער קאנטראל, און באזונדער האט ער אנגעוויזן, אז דערווייל איז נאר איין הויז פארברענט געווארן פונעם פייער, און קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן.

בילד: לאס אנדזשעלעס גרעסטע וואלדפייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל