דעלאוועיר - א טייוואנעזער געבוירענער, אלען האו (Szuhsiung 'Allen' Ho), וועלכער איז געווארן אן אמעריקאנער בירגער, איז פאראורטיילט געווארן צו צוויי יאר טורמע פאר׳ן ארויסגעבן אמעריקאנער נוקלעארע סודות. אלען האט געארבעט פאר א נוקלעארער טעכנאלאגיע פירמע אין דעלאוועיר אין לויף פון ניינצן יאר, און האט שטילערהייט ארויסגעליעקט סודות פון אמעריקאנער טעכנאלאגיע פאר דער כינעזער רעגירונג. די ארויסגעגעבענע סודות זענען נישט געווען איבער נוקלעארע וואפנס, נאר נוקלעארע ציווילע ענערגיע. עס איז אנגעוויזן געווארן אז לעצטנס איז דא אן אויפשטייג פון פעלער וואו אמעריקאנער פארשוינען ווערן געכאפט אלס שפיאנען און העקערס פאר דער כינעזער רעגירונג, אריינגערעכנט דער קעיס פון יאו פינגאן, וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן מיט צוויי וואכן צוריק פאר'ן פארשפרייטן א געוויסע סארט ווירוס אין קאמפיוטערס פון אמעריקאנער ביזנעסער, מיט'ן ציל אז די ביזנעס סודות זאלן ארויסרינען צו העקערס.

בילד: טייוואנעזער-אמעריקאנער געקלאגט איבער סודות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל