ניו יארק – אין ניו יארק סיטי איז פארהאן אן אנגייענדיגער פלייץ פון קאנסטרוקציע פראיעקטן, און די אויטאריטעטן געבן נאכאנאנד ארויס פערמיטן אנצוגיין מיט האמעריי און האקעריי אין אלע שטונדן פונעם טאג, אריינגערעכנט אין די שפעטע נאכט שטונדן, אן דעם וואס זיי זאלן זיך קימערן מיט די זארגן פון די איינוואוינער, וועמען די קאנסטרוקציע קולות לאזן נישט שלאפן. ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפאלי האט די דעטאלן ארויסגעשטעלט אין א פרישן באריכט, וואו ער זאגט אז קאנסטרוקציע-קולות קאמפלעינטס צו דעם שטאטישן "311" סיסטעם, איז געשטיגן פון 14,259 אין לויף פון יאר 10', צו אן אסטראנאמישע 37,806 קאמפלעינטס אין יאר 15', און 74 פראצענט פון די אלע טענות זענען געווען איבער קאנסטרוקציע קולות פון פארטאגס אדער שפעט ביינאכט. דינאפאלי זאגט אויך אז די סיטי האט אויסגעברייטערט די שטונדן ווען זי ערלויבט קאנסטרוקציע ארבעט, אינדרויסן פון די געווענליך-ערלויבטע שטונדן פון 7 אזייגער אינדערפרי ביז 6 אזייגער נאכמיטאג.

בילד: סיטי קאנסטרוקציע קולות ארויס פון קאנטראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל