קאליפארניע – א פעדעראלער ריכטער האט געזאגט אז די טעכנאלאגיע פירמע "יאהו" מוז אויסשטיין א מאסיווע אנקלאגע איבער דעם וואס האקעלע פריוואטע אינפארמאציע פון מער ווי א ביליאן פון אירע באנוצער זענען ארויסגערונען צו העקערס אין דריי באזונדערע העקערייען. דער באשלוס פון ריכטער לוסי קאו אין סאן האזעי, קאליפארניע, האט זיך באצויגן איבער דריי העקערייען וואס האט פאסירט אויף יאהו'ס קאמפיוטער סיסטעמען אין לויף פון די יארן צווישן 13' און 16', וואס יאהו האט געוואוסט דערפון, אבער זי האט עס פרובירט צו באהאלטן פונעם פובליק. "ווערייזאן" איז מיט עטליכע וואכן צוריק אריינגעגאנגען אין געריכט, זוכנדיג אז א פעדעראלער ריכטער זאל אורטיילן אז יאהו זאל נישט דארפן אויסשטיין מאסיווע ענדלאזע אנקלאגעס איבער די העקערייען, וואס ווערייזאן האט דערין א שטארקע פינאנציעלע אינטערעסע, ווייל זי האט מיט 3 מאנאטן צוריק אפגעקויפט יאהו'ס אינטערנעט ביזנעס פאר 4.76 ביליאן דאלאר, און פילע אנקלאגעס וועט זיי אפקאסטן צענדליגער מיליאנען דאלארן. למעשה האט ריכטער קאו געאורטיילט אז די פאטענציעלע אנקלאגעס קענען נישט געצוימט ווערן, ווייל יאהו איז טאקע געווען פארנאכלעסיגט.
הוסף רשומת תגובה