ענגלאנד – א קליין 5 יעריג קינד אין בעסטוויטש, ענגלאנד האט זיך פארגלוסט צו אדאפטירן איינס פון די פילע טויזנטער ווייסע קאטשקעס וועלכע שווימען אין דער בריטישער טעמעס טייך, און דאס קינד האט געשיקט א בריוו צו דער קעניגין אין באקינגהעם פאלאץ, שרייבנדיג אז וויבאלד די קעניגן איז באלעבאס אויף אלע ווייסע קאטשקעס אין ענגלאנד, וויל ער בעטן ערלויבעניש צו אדאפטירן איין אזא קאטשקע, און ער פארשפרעכט אז ער וועט גוט היטן דערויף... די פאמיליע פונעם קינד, האט בכלל נישט דערווארט א רעאקציע, אבער עס האט נישט געדויערט מער ווי געציילטע טעג, און ס'איז צוריקגעקומען א בריוו אין דער פאסט, דירעקט פונעם באקינגהעם פאלאץ, און אינעם בריוו שרייבט די קעניגרייך אין נאמען פון דער קעניגין, אז דאס אז די קעניגין איז באלעבאס אויף אלע ווייסע קאטשקעס אין לאנד, איז א יארן-לאנגע לעגנדע וואס איז נישט אמת, און דעריבער קען די קעניגין נישט געבן די סארט ערלויבעניש. בייגעלייגט, האט די קעניגרייך מיטגעשיקט א ביכל מיט פאקטן איבער די ווייסע קאטשקעס, און די עקזיסטירנדע געזעצן וואס באשיצן די סארט קאטשקעס, אז זיי טארן נישט געפאנגען ווערן דורך מענטשן.

בילד: איז די קעניגין באלעבאס אויף די קאטשקעס?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל