פון שטאפענע קאפעליטש

נעכטן אינדערפרי תיכף נאכן דאוונען איז מיר אויס געקומען צו שפאצירען אויפ ניו יוטריקט אין 52, כ׳בין עפעס געווען אין א הייליג גיסטע, געפיהלט נאנט צום באשעפער, פונקט יענער רגע שפאציער איך אדורך די טע״ג אפיס, שמער שווייניגער ס׳גייט מיר אדורך א מחשבה.
שטאפענע, האסט טאקע א פילטער אבער לאמיר זיך מקדש זיין, לאמער טוען מער וואס ס׳באקוועם, ס'איז דאך חודש אלול, אפילו די פיש אין וואסער ציטערן,לאמער רייסן שטיקער פאר השי״ת און פאר הערשל שרייבער, כ׳גיי ארויף לייגן א געהעריגע פילטער, און ניצן די סעלל ווינציגער אויפ באקוועמליכקייטן.

כשפאציר אריין אינעם טע״ג אפיס, כ׳דערקען די אפיס פונעם בילדער פונעם מעמד קביעת מזוזה מיטן סקולענע רבין.
כ׳בין נתפעאל ביזן קלימאקס, שטיין מאמעס מיט קערידזעס, מיידלעך, יעדער איז דא אויף איין ציעל, יעדער גייט ארויס פונעם קאמפערט זאון פארן באשעפער.

זיצט א עלטערע פעשליכע איד ביים פראנט דעסק. איך שפאציער צו געמיטלעך.

שטאפענע: גוט מארגן, כ׳וויל לייגן א בעסערע פילטער אויפן סעלל.

טעג: ווי הייסטו?

שטאפענע: ״שטאפענע״

טעג: ווי וואוינסטו?

שטאפענע: דא אין בארא פארק

טעג: חכם איינער, וואס דיין פונקטליכע אדרעס?

מיט א דרך ארצ'דיג טאון פרעג איך "סארא חילוק ווי איך צאל רענט? וואס האט דאס אלץ מיטן פילטער?"

טעג: ס׳הייסט מדארף אריין לייגן אונעם סיסטעם.

שוין, זאל זיין. (כ׳געב עיהם מיין פונקטליך אדרעסס).

טעג: ווי געהערסטו?

(דא האב איך שוין געשפירט אביסעל אז סאיז חוצפה, סארא קשר האט מיך וועלען זיין הייליג ווי איך געהער?)

אבער ווי נישט ווי דארף מען דרך ארץ צו א עלטערע איד, כ׳ענטפער זיינע פארגעס ווי א חדר אינגעל אינעם מנהל אפיס.
נאך באקומען מיין בילעט ווארט איך אויס מיין ראיה, אין.... בילעט 72.

כ׳גיי צו צום טיש, כ׳זעץ זיך אנידער, און כ׳לייג אראפ מיין סעלל פאר א אינגערמאן א פיפעל, א שמוטשיק, נישט געטויגט אין B&H, האט עיהם הערשל שרייבער ארויפ געלייגט אויפ פעי ראול אין טע״ג.

פיפעל: יא, ווי קען איך דיר העלפן?

שטאפענע: כוויל לייגן א פילטער,

פיפעל: נאר אימעיל?

שטאפענע: ניין, אימעיל, וואטס עפפ, טעלעגראם, אינסטגרעם, יו טוב.

פיפעל: פששש, אז די האסט וואטס עפפ וואס דארפסטו טעלעגראם?

שטאפענע: פשוט כהאב קליענטען אויפ טעלעגראם (ב״ש)

פיפעל: אה, איז פארוואס דארפסטו וואטס עפפ?

כטראכט צו מיר סיג לחכמה שתיקה, כ׳גיי נישט ענטפערן דער צוציק וואס ע״פ חשבון די יארן וואלט איך עיהם געקענט מאכן.

כ׳וויל פאר א רגע מפסיק זיין, סק'ען מיר איינער מסביר זיין די חוצפה? כ'פארשטיי נישט, כ'האב ביי דיר געפרעגט? די שטעלסט צו סערוויס, כ'גיי צאלן דערפאר חודש'ליך. וואס איז דיינע געשעפטן? כ'וויל זיין פרום יעצט. וואס האלסטו מיר פאר?

אזא ברוכים הבאים דארף איך באקומען ווען כ'וויל לייגן א פילטער?

פיפעל: דארפסט האבן עקסעס צו נייעס וועב זייטלעך?

שטאפענע: אודאי

פיפעל: נאר אידישע?

שטאפענע: ניין אויך גוישע

פיפעל: יא? אויך גוישע?

שטאפענע: האסט נישט געהערט? נעם ארויס די וואטער פונעם אויער, מפגר.

פיפעל: וואס איז מיט שאפינג?

שטאפענע: אוודאי, כ׳פארקויף אויף עמעזאן פאר א סייד דזאב (כהאב נישט קיין בלאסן אנונג וואס דאס מיינט אפילו)

פיפעל: למשל קליידער געשעפטן ווי מעסיס דארפסטו אויך אפען?

דא האב איך זיך שוין געשפירט ווי א געהעריגע גוי, כ׳האב געפילט כדארף עפעס נאך געבן פאר דער ראצער.

שטאפענע: ״נעה מעסיס? קענסט פארמאכן, כדארף נישט עקסעס״

פיפעל: אקעי, אהער מיטן סעלל,

שטאפענע: וואס? פארוואס? קען נישט מאכן דא אויפן פלאץ?

פיפעל: ניין, די LAB איז אין די בעק,

(לאל, לעב, כאילו זיי האבן דא א שטאב פון געלערנטע גוים מיט ריזיגע כלים שונים, בס״ה נאך א סקווירא דפוק מיט א לעפטאפ)

כ׳געב אים איבער מיין סעלל מיט ציטערדיגע הענט, דארט איז פארהאן אלע פעסווארטס, לאג אן, בילדער, באנק עקסעס, היסטארי. ער כאפט עס אן כאילו ס׳וואלט געווען עפעס א געניצטע טישו, און בעהט מיר לייג אריין די פעסווארט.

אום-באקוועם איז א אנדערסטעיטמענט, צוויי קינדער גיין האבן עקסעס צו מיין לעבן, פארוואס? פארווען? אבער א ברירה האט מען?

כ'ציטער אין די הויזן יעדער רגע, פאר נעווערזקייט האב איך נישט אפילו געקענט ארויס נעמען סעלל אזוי ווי איך טוה געווענדליך. ס'איז דאך אין די LAB.

נאך לאנגע מינוטן קומט ער צוריק מיטן סעלל און דערלאנגט מיר עס.

פיפעל: דא האסטו.

כ'נעם צוריק מיין שטיף-קינד אין די הענט אריין, און ס'ווערט מיר שווארץ, עפפס פעהלן, עפעס ארום געריקט. כ'טריי אינסטעגרעם און גארנישט, ער איז פארשפארט.

שטאפענע: ״אנטשולדיגט, אינסטעגרעם איז פארשפארט, כ'דארף עס פארן ביזנעס.

דער דפוק שרייט הויך אין די ריכטונג פונעם LAB: משה, ער דארף אינסטעגרעם אפען.

כ׳האב געוואלט אנזינקען פאר בושה, יעדער שוואגענדיג פרוי אין די טע״ג אפיס דארפ יעצט וויסן אז איך דארף אינסטעגרעם אפען.

דער מענעדזער פונעם LAB קומט צו גיין מיט א בייז פנים כאילו כ'האב אים בא'גנב'ט: יא, סאיז אפען (ח״ו נישט ארויס זאגן די ווארט)

איך נעם ארויס סעלל און כ׳טריי נאכאמאל, אינסטעגרעם איז פארהאקט ווי מיט א שלאס. כ׳מאך אויפמערקזאם פארן טע״ג אגענט, ר׳ איד כדארף אינסטעגרעם אפען.

נישט קוקענדיג אויף מיין פרצוף נאר פארזינקען אין זיין סקריין געבט א מערמעל ארויס: ״געב עס אפאר מינוט, עס געדארט צייט ביז עס ריפרעשט״.

אקעי, דערווייל גיי איך זעהן די נעקסטע קאסטומער. טאמער איז עס נישט אפען רוף אריין די טע״ג נומבער, און זיי וועלן עפענען. פארשטייט זיך אז אינסטעגראם איז געבליבען פארמאכט און איך האב גערופן די טע״ג אפיס.

א מיידעל פון 17 הייבט אויף און כ׳בעהט שיין טאמער מ׳קען מיר עפענען מיין אינסטעגראם, זי פרעגט טאמער איך דארף עס אפען פאר אייביג, אדער נאר פאר אפאר שעה..

אקיצור זי לייגט מיר אויף hold אפאר מינוט, מאכט מיר פיהלן ווי א צווייטע קלאס קאסטעמער און קומט צוריק אז ס'איז אפען.

חוזר חלילה, סאיז גארנישט אפען.

דא האבן מיינע נערווען געפלאצט, כ'רוף צוריק מיט א האס אין בעט מ'זאל מיר אראפנעמען די גאנצע פילטער און גוטשאבעס.

זאגט די מיידעל, מ'קען נאר עפענען די פילטער, אבער כדי אראפ צו נעמען אינגאנצן, דארף מען אריין קומען אונעם טע״ג אפיס, כאפן בושות פון א סקווירא אינגערמאן.

כ'וויל נישט אריין גיין בכלל אז די טעלעפון איז מיר געווארן שטייט, און אז יעדער פאר מינוט קומט ארויס א באקסל אריין צו לייגן עפעס א פראקסי מיט א פעסווארט.

מיין פראגע דא איז, ענק שטעלן צו א אפיס כדי די עולם זאל לייגן פילטערס? בכבוד גדול (איי דער אינגערמאן האט כסדר געשפילט כאילו ער טוט עס לשם מצווה, אין כ'זאל פארשטיין אז ס'נעמט צייט, שקר האט נישט קיין גבול; זיין אלע זיצן אויפ פעי טשעקס).

אבער אז די טוסטו שוין יא פארן כלל, זיי מוחל טו עס אינגאנצן, מאך נישט שטאפענע זאל זיך פיהלן אומבא'טעמ'ט, שטעל ארויף אינגערלייט וואס ווייסן ווי אזוי מ'לייגט ארויפ א פילטער. נישט א אינגערמאן וואס קען פילטערס ווי איך קען קאפישניץ רבי.

און אחרון חביב פרעג מיר נישט אויס פארוואס אין פאר ווען איך דארפ עפפס. ס׳איז נישט דיין ביזנעס. איך צאל פארן פילטער, טו וואס מ'הייסט אין קאט די עטיטיוד.

גאסט עדיטאריאל: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל