סאן כואן – דער גאווערנאר פון פארטא ריקא, די אמעריקאנער טעריטאריע, האט נעכטן געזאגט אז דער אינזל איז ביים שוועל פון אן ערנסטע הומאניטערישע קריזיס, נאכדעם וואס ס'איז איבערגעלאזט געווארן אן קיין עלעקטער, אן קיין קאמיוניקאציע מיטלען און אן געהעריגע וואסער און סוער סופליי, אלס רעזולטאט פונעם מאסיוון האריקעין מאריא וועלכע האט דורכגעריסן דעם אינזל מיט כמעט א וואך צוריק. מ'האט געהערט ביטעס פון פילע פאליטישאנס און פובליק פיגורן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל מער טון ארויסצוהעלפן פארטא ריקא, אבער פימא האט געזאגט אז זיי טוען וואס זיי קענען און עס זענען דא צען טויזנט פעדעראלע איינגעשטעלטע וועלכע העלפן ארויס די מאריא-באטראפענע שטעט און אינזלען. א באזונדערע זארג איז נעכטן אנטשטאנען, ווען דער "גואזשאטאקא" וואסער דאמבע אין צפון-מערב פארטא ריקא איז זייער אפגעשוואכט געווארן פונעם האריקעין, און טייל פון די ווענט האבן זיך שוין איבערגעבראכן, וואס אויב די גאנצע דאמבע ברעכט זיך איבער, קען דאס ברענגען טויטליכע פארפלייצונגען אין אלע שטעט וועלכע לויפן לענגאויס דעם גואזשאטאקא טייך, וואס אלעס אינאיינעם שטעלט דאס אין געפאר די לעבנס פון זיבעציג טויזנט פארטא ריקאנער.

בילד: פארטא ריקא דאמבע גייט זיך איבערברעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל