וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן אפגערופן עטליכע פארהערן וועלכע האבן געזאלט פארקומען אין אקטאבער, איבער'ן געריכטליכן געפעכט ארום פרעזידענט טראמפ'ס ערשטער טראוועל און פליטים פארבאט, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן א נייעם עקזעקוטיוו ארדער, אין וועלכע ער האט ארויפגעשטעלט טראוועל צוימונגען אויף 8 לענדער (טשאד, איראן, ליביע, צפון קארעא, סאמאליע, סיריע, ווענעזועלע און תימן). דער פרישער עקזעקוטיוו ארדער איז שוין די דריטע וואס טראמפ שרייבט אונטער איבער דער אישו, נאכדעם וואס דער ערשטער איז דערקלערט געווארן אומלעגאל און דער צווייטער איז זונטאג אפגעלאפן ווען עס האבן זיך געענדיגט די 90 טעג פונעם ארדער'ס אפעקט. דער סופרים קאורט האט געזאלט אויסהערן טענות פון טראמפ אדמיניסטראציע לאיערס און פון ליבעראלע לאיערס איבער דעם צווייטן טראוועל עקזעקוטיוו ארדער, און אצינד אז ס'איז שוין סייווי אפגעלאפן, און סייווי האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א נייעם עקזעקוטיוו ארדער, האט דאס געריכט דערווייל אפגערופן די פארהערן, אבער דאס געריכט האט נישט געזאגט דערווייל צי זי ווארפט אינגאנצן ארויס דעם קעיס.

בילד: סופרים קאורט אפגעשיבט טראוועל פארבאט פארהער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל