וואשינגטאן – צוויי הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע זענען אונטער אטאקע, איבער דעם וואס זיי האבן מעגליך אומעטיש גענוצט שטייערצאלער געלטער פאר פריוואטע פלי רייזעס. די פעדעראלע טרעזשורי דעפארטמענט האט מיט צוויי טעג צוריק געזאגט אז זי פארשט אויס באריכטן אז טראמפ'ס טרעזשורי סעקרעטאר סטיוו מענוטשין האט גענוצט א מיליטערישן פליגער צו פליען פון ניו יארק סיטי קיין וואשינגטאן די-סי, א רייזע וואס האט געקאסט פאר דער פעדעראלער רעגירונג און אמעריקאנער שטייערצאלער 25 טויזנט דאלאר – וואס פרעזידענט טראמפ האט געזאגט זונטאג אז ער האלט נישט אז די באשולדיגונגען זענען אמת. אין דער זעלבער צייט איז טראמפ'ס "העלט ענד יומען סערוויסעס" סעקרעטאר טאם פרייס אונטער אויספארשונג פאר אן ענליכע זאך, ווערנדיג באשולדיגט אז ער האט אין 4 באזונדערע פעלער געדונגען טייערע פריוואטע פליגערס צו פארן אויף רעגירונג אנגעלעגנהייטן, אין דער צייט וואס ער וואלט געקענט קויפן פיל ביליגערע רייזע בילעטן אויף קאמערציאלע פליגערס, וואס זיינע 4 פריוואטע-פליגער רייזעס האבן אפגעקאסט פאר דער רעגירונג קאסע ארום דריי הונדערט טויזנט דאלאר.

בילד: טראמפ באאמטע קריטיקירט צוליב פלי רייזעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל