לאס דאנדזשעלעס – דער צוקונפט פון קאווע פארקויף אין קאליפארניע איז אונטער פראגע צייכן, נאכדעם וואס א לאקאלע ארגאניזאציע האט אונטערגענומען א קאמפיין מיט'ן ציל צו צווינגען קאווע פאבריצירער, דיסטריביוטערס און פארקויפער, ארויסצושטעלן שרעקעדיגע ווארענונגען אויף יעדן קאווע פלעשל און שאכטל, ארויסצושרייבן אז עס ליגט דערויף א כעמיקאל וועלכע קען ברענגען די ביטערע מחלה ל"ע. דער קאמפיין גייט שוין לאנג אן, אין פארמאט פון אן אנקלאגע קעגן "סטארבאקס" און ניינציג אנדערע עסנווארג פירמעס, וועלכע ווערן געקלאגט דורך די "קאונסיל פאר ערציאונג און פארשונג איבער פארפעסטיגונגען" מיט דער טענה אז די פירמעס פאלגן נישט אויס אן עקזיסטירנדע קאליפארניע סטעיט געזעץ, וועלכע פארלאנגט אז עסנווארג פירמעס זאלן ארויפשרייבן ווארענונגען אויף זייערע פראדוקטן איבער שעדליכע כעמיקאלן וועלכע געפינען זיך דערין. קאווע באקומט אריין די שעדליכע "אקרילאמייד" כעמיקאל נאטורליכערהייט בשעת די בונדלעך ווערן געבראטן, און דעריבער, אויב דאס געריכט אורטיילט לטובת דעם אויבנדערמאנטן "קאונסיל", וועט אייער גלעזל קאווע אין קאליפארניע מיטקומען מיט א שרעקעדיגע ווארענונג איבער דער ביטערער מחלה.

בילד: קאמף איבער קאווע אין קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל