ארגענטינע – א גרופע פארענזיק וויסנשאפטליכע און עקספערטן זענען געקומען צום אויספיר, אז אלבערטא ניסמאן, דער אידישער פראקוראר וועלכער האט אויסגעפארשט די באמבארדירונג אויפ'ן אידישן אמיא צענטער אין בוענאס איירעס, איז דערמארדעט געווארן, און ער איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד, ווי די ארגענטינער רעגירונג האט אפיציעל געזאגט. ניסמאן איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין זיין דירה מיט צוויי און א האלב יאר צוריק, בלויז איין טאג איידער ער האט זיך געגרייט ארויסצוקומען אין פובליק מיט קלארע באווייזן אז די דעמאלטדיגע ארגענטינער פרעזידענטקע קירשנער האט קאלאבארירט מיט איראן צו באהאלטן איראן'ס ראלע אין דער אמיא באמבארדירונג. אידישע גרופעס האבן פארלאנגט אויספארשונגען אויף ניסמאן'ס טויט, טראץ וואס די ארגענטינער רעגירונג האט אפיציעל געזאגט אז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, און נעכטן האבן א גרופע סייענטיסטן באשטעטיגט אז זיי האבן באווייזן אז ניסמאן איז דערמארדעט געווארן, דורכדעם וואס עמיצער האט אים פאר'סמ'ט מיט "קעטעמין", וואס מאכט דעם מענטש שלעפעריג, און דערנאך אים געשאסן.

בילד: באשטעטיגט: אידישער פראקוראר דערמארדעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל