וואשינגטאן – דער "ניו יארק טיימס" האט נעכטן באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האט אין מאי פארלאנגט פון אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אז ער זאל רעזיגנירן, נאכדעם ווי ס'איז ארויסגעקומען די נייעס אז מ'האט אויפגענומען ראבערט מוללער אלס ספעציעלער פראקוראר אנצופירן מיט דער רוסלאנד אויספארשונג. דער באריכט צייגט אז טראמפ האט נאכאנאנד געטשעפעט סעשאנס און געשריבן קעגן אים, אנרופנדיג אים א "טיפש" און זאגנדיג אז דאס וואס ער האט אים אויפגענומען אלס אטוירני דזשענעראל, איז געווען איינס פון זיינע ערגסטע באשלוסן אין לעבן. סעשאנס האט למעשה געשיקט צום ווייסן הויז א קורצע רעזיגנאציע בריוו, אבער נאענטע ראטגעבער צום פרעזידענט, אריינגערעכנט וויצע פרעזידענט פענס, דעמאלטדיגער הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן און דעמאלטדיגער שטאב הויפט רעינס פריבוס, האבן אלע געבעטן דעם פרעזידענט אז ער זאל זיך גוט איבערטראכטן, ווייל אקצעפטירן א סעשאנס רעזיגנאציע, וואלט נאר פארערגערט די כאאס אין ווייסן הויז. עווענטועל האט טראמפ זיך בארואיגט און צוריקגעצויגן פון זיין פארלאנג.

בילד: באריכט: טראמפ געוואלט סעשאנס רעזיגנאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל