וואשינגטאן – סוזען רייס, וועלכע האט געדינט אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין אונטער פרעזידענט אבאמא, איז אויסגעפארשט געווארן דורך קאנגרעסיאנאלע אויספארשער, איבער דעם וואס זי האט פארלאנגט פון די ען-עס-עי, אז זיי זאלן פאר איר ארויסגעבן די פונקטליכע אידענטיטעטן פון עטליכע אמעריקאנער בירגער וועלכע זענען אומדירעקט אויפגעכאפט געווארן דורך אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע אינמיטן מאניטערן אויסלענדישע פיגורן, וואס די אמעריקאנער בירגער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין הויכראנגיקע טראמפ קאמפיין באאמטע. לויט א באריכט, האט רייס געזאגט פאר די אויספארשער, אז איר פארלאנג איז געקומען נאכדעם וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהערט אין דעצעמבער אז דער קרוין פרינץ פון דער יונייטעד אראב עמירעיטס מלוכה געפינט זיך אין ניו יארק, אן האבן איינגעמאלדן פאר דער פעדעראלער רעגירונג, ווי ס'איז דער סדר ווען אזא הויכראנגיקער אויסלענדישער באאמטער קומט אריין קיין אמעריקע. רייס און אנדערע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע האבן געוואלט וויסן פונקטליך וואס דער קרוין פרינץ טוט און מיט וועמען ער האט זיך געטראפן, האט זי דעריבער געבעטן פון ען-עס-עי אויפצודעקן די אידענטיטעטן פון די מיט וועמען דער קרוין פרינץ האט זיך געטראפן.

בילד: דער קרוין פרינץ פון דער יונייטעד אראב עמירעיטס מלוכה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל