פלארידע – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין פלארידע, וואו ער האט אויסגעלויבט די עמורדזשענסי באאמטע און לאקאלע אויטאריטעטן, פאר זייער ארבעט אין די יעצטיגע טעג, ווען מען שטייט נאכ'ן היסטארישן און מאכטפולן האריקעין אירמא. טראמפ איז ארויסגעפלויגן פון וואשינגטאן די-סי אינאיינעם מיט זיין פרוי און וויצע פרעזידענט פענס, און ער האט געלאנדעט אין פארט מאיערס, וואו ס'האבן אים אפגעווארט פלארידע גאווערנאר ריק סקאט, פלארידע סענאטאר מארקא רוביא, צווישן אנדערע. דער פרעזידענט האט אויפגעטרעטן מיט א קורצער רעדע, אויסלויבנדיג די עמורדזשענסי ארבעטער, און דערנאך האט ער ארויסגעהאלפן וואלונטירן ביים פארטיילן עסנווארג און אנדערע הילף פאר האריקעין געליטענע. ער האט שפעטער באזוכט אין נעפאלס, די פלארידע שטאט וואו אירמא האט פאקטיש אנגעטראפן דאס ערשטע אויף אמעריקאנער באדן (נאך די קאריביען אינזלען און די פלארידע קי אינזלען). אין דער זעלבער צייט האט גאווערנאר ריק סקאט געזאגט אז זיין הויפט פריאריטעט איז צוריקצושטעלן די עלעקטער, היות נאענט צו 4 מיליאן איינוואוינער אין דער סטעיט האבן נאך נעכטן נישט געהאט קיין עלעקטער.

בילד: טראמפ באזוכט האריקעין-באטראפענע פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל