ניו יארק סיטי – א אידישע פרוי און איר מוטער זענען ווילד איבערגעפאלן און צעשלאגן געווארן ביי א סאבוועי סטאנציע אין קווינס, דורך א פארשוין וועלכער האט געמיינט אז די צוויי אידישע פרויען זענען מוסולמענער. די צוויי פרויען זענען נארוואס אפגעשטיגן פונעם "עם" באן, האבן שפאצירט צום ארויסגאנג ביי דער 67'סטער עוועניו סטאנציע אין דער פארעסט היללס געגנט אין קווינס, ווען זיי האבן געהערט א פארשוין שרייען מיאוס'ע ווערטער אין זייער ריכטונג. ווען די יונגערע פרוי האט געפרעגט דעם פארשוין וואס ער האט געזאגט, האט ער אויסגעשפיגן אין איר געזיכט און געשריגן "גיי ארויס פון מיין לאנד, דו שמוציגע מוסולמענער!" דערנאך האט דער פארשוין זיך גענומען ווילד שלאגן די צוויי פרויען, ביז עמיצער האט אלארמירט די פאליציי און דער פארשוין איז ארעסטירט געווארן. דער פארשוין איז שפעטער אידענטיפיצירט געווארן אלס דער פערציג יעריגער דימיטריאס זיאס, און ער איז אנגעקלאגט געווארן מיט עטליכע הארבע קלאגעס, אריינגערעכנט האס פארברעכן קלאגעס.

בילד: אידישע פרויען איבערגעפאלן אין סאבוועי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל