מאנילא – די אייסיס טעראר גרופע האט ארויסגעגעבן א נייע ווידעא אין וועלכע זיי רופן יוגנטליכע מוסולמענער זיך אנצושליסן אין אייסיס אין די פיליפינען. עס איז דאס ערשטע מאל וואס אייסיס רופט פאר פרישע מיטגלידער אינדרויסן פון איראק און סיריע, און די ווידעא ברענגט ארויס אז אייסיס קעמפט שוין עטליכע חדשים קעגן דעם פיליפינער מיליטער אין דער ארטיגער שטאט מאראווי. דערווייל האט דאס פיליפינער מיליטער נישט געהאט קיין גרויס סוקסעס מיט'ן באקעמפן אייסיס אין מאראווי, און זיי ווערן נאר שטערקער יעדן טאג. די פיליפינער רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זי וועט אוועקשטעלן א ספעציעלע פינאנציעלע שפיאנאזש אפטיילונג, וועלכע וועט צילן אויסצופארשן פון וואו די אייסיס קעמפער אין מאראווי האבן נאכאנאנדיגע שטיצע און וואפנס, און די וועלכע וועלן געכאפט ווערן מיט'ן שטיצן די טעראריסטן, וועלן באשטראפט ווערן מיט'ן הארבסטן.

בילד: אייסיס רופט פאר רעקרוטן אין פיליפינען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל