דמשק – אן אמעריקאנער בירגער וועלכער קעמפט אינאיינעם מיט דער אייסיס טעראר גרופע אין סיריע, איז געכאפט און ארעסטירט געווארן. עטליכע אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע האבן אנאנים געזאגט נעכטן, אז קורדישע זעלנער, וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דער פרא-אמעריקאנער קאאליציע פון סירישע רעבעלן, האבן אים געכאפט. אפיציעל האט דאס מיליטער נישט געוואלט באשטעטיגן אדער לייקענען די באריכטן, אבער קוועלער אינערהאלב די קורדישע קרעפטן געבן איבער, אז דער אמעריקאנער, וועמענ'ס נאמען איז דערווייל נישט פובליצירט געווארן, האט זיך פון אייגענעם ווילן אונטערגעגעבן פאר זיי, און נאך א שטיק צייט געהאלטן ווערן אונטער קורדישע ארעסט איז ער איבערגעגעבן געווארן פאר אמעריקאנער קרעפטן, און ס'איז נישט קלאר וואו ער ווערט יעצט געהאלטן. דער יעצטיגער געכאפטער, איז נישט דער ערשטער אמעריקאנער וואס ווערט ארעסטירט אינמיטן קעמפן פאר אייסיס, נאר אין מערץ פאראיאר איז מוכאמעד דזשאמאל קאוויס, וועלכער האט געוואוינט אין וואשינגטאן די-סי בעפאר'ן אנטלויפן קיין איראק און זיך אנשליסן אין אייסיס, געכאפט געווארן דורך קורדן אין איראק.

בילד: אמעריקאנער אייסיסניק געכאפט אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל