וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן נאכאמאל באשטעטיגט, אז די סאנקציעס קעגן דעם איראנער רעזשים, וועלכע זענען אויפגעלעזט געווארן אלס טייל פונעם נוקלעארן דיעל וואס אמעריקע האט מיט זיי דערגרייכט, זאל סוספענדירט ווערן פאר נאך אפאר יאר. דאס קומט אין א צייט וואס טראמפ קריטיקירט ווייטער איראן און זאגט אז דער דיעל מיט זיי איז געווען א שלעכטער אפמאך, און יעצט האט זיין אדמיניסטראציע ווידער באשטעטיגט אנצוהאלטן דעם דיעל, טראץ וואס זיי האבן יא נעכטן ארויסגעשטעלט נייע סאנקציעס קעגן 11 ביזנעסער און פיגורן וועלכע העלפן איראן צו אנטוויקלען באליסטישע, נישט-נוקלעארע, מיסילס. טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער האלט נאך אלץ אז דער דיעל מיט איראן איז זייער נישט קיין גוטער, און זיין אדמיניסטראציע גייט אט קומען צו אן ענדע פון א מאנאטן-לאנגע איבערזיכט אויפ'ן דיעל. געוויסע אדמיניסטראציע קוועלער האבן געזאגט אז טראמפ איז נישט דערווארט ארויסצוציען פונעם דיעל, נאר ער וועט עס לאזן אין פלאץ, און בלויז אנהייבן מיט שארפערע רעטאריק קעגן דער איראנער רעגירונג.

בילד: איראן סאנקציעס-אויפלעזונג ווידער באשטעטיגט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל