וואשינגטאן – אן ערנסטע צעמישעניש איז נעכטן אנטשטאנען איבער'ן דיעל וואס פרעזידענט טראמפ האט געשלאסן מיט די דעמאקראטן, וואס פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די צעמישעניש קען ברענגען אן ענדע צו דער קורצער צוזאמארבעט צווישן די צוויי זייטן, וואס דערווייל האבן זיי בלויז באוויזן א קורצן בודזשעט דיעל.

די דעמאקראטישע פירער שומער און פעלאסי האבן אין א סטעיטמענט געזאגט אז ביי א נאכטמאל מיט'ן פרעזידענט מיטוואך נאכט, האט ער מסכים געווען אויפצוגעבן דערווייל אויף זיין פארלאנג פאר א גרעניץ וואנט, און ער האט פארשפראכן צו באשטעטיגן פולע שוץ פאר יונגע אימיגראנטן אונטער דאקא.

דאס ווייסע הויז איז באלד מיטוואך נאכט ארויסגעקומען און עס געלייקנט, זאגנדיג אז קיין שום דיעל איז נישט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן, און דער פרעזידענט האט קלאר נישט געזאגט אז ער גיט אויף דערווייל אויף דער וואנט. טראמפ זעלבסט האט אויך נעכטן געזאגט אויף טוויטער אז א דיעל איז נאכנישט געמאכט.

שפעטער, פארנדיג אויף "עירפארס וואן" קיין פלארידע, האט טראמפ געזאגט אז ער וויל בויען די גרעניץ וואנט, און האט ווידערהאלט אז ער איז זייער נאענט צו א דיעל מיט דעמאקראטן איבער דאקא – וואס האט געברענגט אויפברויז ביי רעפובליקאנער אין קאנגרעס, אז צום צווייטן מאל טוט דער פרעזידענט זיי אויסקרויזן.

בילד: צעמישעניש איבער טראמפ דיעל מיט דעמאקראטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל