פענסילוועניע – די מוניציפאלע אויטאריטעטן אין בענסאלעם, פענסילוועניע האבן געשליכטעט מיט'ן פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט א קלאגע וואס איז געברענגט געווארן קעגן זיי אז זיי האבן צוריקגעוויזן פלענער צו בויען א נייעם מעטשעט אין דער שטאט. לאקאלע מוסולמענער איינוואוינער האבן אין יאר 14' אריינגעגעבן פלענער און בלו-פרינטס פאר די בענסאלעם טאון פלענינג באורד, צו באקומען באשטעטיגונג צו בויען א נייעם מעטשעט, און די שטאטישע באאמטע האבן אנגעהויבן ארומשלעפן מיט דער באשטעטיגונג פראצעדור, פאררופנדיג זעקס באזונדערע פובליק פארהערן איבער'ן געפלאנטן מעטשעט, וואו די מוסולמענער ארגאניזירער אונטער'ן פראיעקט האבן געדארפט ענטפערן אויף הונדערטער פראגעס, און עווענטועל האבן די באאמטע זיך אנטזאגט פון געבן ערלויבעניש צו בויען דעם מעטשעט. די מוסולעמענער האבן זיך דאן, אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, געוואנדן צום פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט, און געברענגט קלארע באווייזן אז די טאון באאמטע האבן זיי דיסקרימינירט און דורכגעפירט פיל לענגערע פארהערן ווי נארמאל פאר אזעלכע פראיעקטן. די יוסטיץ דעפארטמענט האט למעשה געקלאגט די בענסאלעם מוניציפאלע באאמטע, אבער יעצט האט די יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן א שליכטונג, אין וועלכע די בענסאלעם באאמטע וועלן באצאלן א פערטל מיליאן דאלאר פאר די מוסולמענער ארגאניזירער, און וועלן פארשנעלערן דעם פראצעדור פון געבן ערלויבעניש פאר'ן מעטשעט.

בילד: שליכטונג איבער נישט ערלויבן מעטשעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל