ניו יארק סיטי – היינט מיטוואך נאכט וועט פארקומען די לעצטע דעבאטע צווישן ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא און זיין דעמאקראטישער קעגנער סאל אלבאניז, בשעת מען גרייט זיך אין דער סיטי פאר די פריימערי וואלן וואס וועלן פארקומען קומענדיגע וואך דינסטאג. ביי דער ערשטער דעבאטע צווישן די צוויי, האט אלבאניז גאר שארף אטאקירט דעבלאזיא, פארדאמענדיג פילע פון זיינע פאליסיס און אפטמאל באנוצנדיג זיך מיט ווילדע אויסדרוקן קעגן דעבלאזיא, וואס לויט פאליטישע אנאליסטן האט עס נישט גוט אויסגענומען. ווי אלבאניז זאגט, וועט ער ביי דער דעבאטע היינט נאכט זיך מער קאנצענטרירן אין שילדערן פאר די וויילער איבער זיך זעלבסט, איבער זיין פארגאנגענהייט און איבער זיינע פלענער פאר'ן צוקונפט. די גאנצע זאך ווערט אבער באטראכט בלויז ווי א שפיל, ווייל דעבלאזיא איז דערווארט צו באזיגן אלבאניז מיט א לענדסלייד זיג.

בילד: לעצטע מעיאר דעבאטע היינט מיטוואך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל