ניו יארק סיטי – "עיר בי-ענד-בי" איז א ספעציעלע אנליין ריעל עסטעיט סערוויס, דורך וועלכע מענטשן קענען דינגען איינצלנע צימערן, אדער גאנצע הייזער, פון אנדערע מענטשן וועלכע זענען גרייט ארויסצוגעבן זייערע הייזער און צימערן, פאר א נאכט, צוויי נעכט, א וואך, אדער אפילו מער, מיט'ן ציל צו פארדינען אביסל זייטיג געלט. עס איז א גאר סוקסעספולע און אויפגעכאפטע זאך, אבער אין ניו יארק סיטי האט מעיאר ביל דעבלאזיא אונטערגענומען א קאמפיין אפצושטעלן די סארט לענדלארדס וועלכע פארמאגן דירות און אנשטאט עס צו פארדינגען אויף א טראדיציאנעלן פארנעם, טוען זיי פארדינגען איינצלנע צימערן, וואס אזוי פארדינען זיי פיל מער געלט ווי ווען זיי פארדינגען ווען פאר איינעם א גאנצע דירה אויפאמאל. בלויז אין די לעצטע צוויי וואכן, האבן סיטי אינספעקטארס באפוילן לענדלארדס אויסצוליידיגן 4 גרויסע אפארטמענט געביידעס, לענגאויס בושוויק, מאנהעטן און אנדערע געגנטער, וואס אלע אפארטמענטס זענען געווען אנגעשטאפט מיט מענטשן וועלכע האבן געדינגען צימערלעך דורך "עיר בי-ענד-בי".

בילד: ניו יארק סיטי קעמפט קעגן "עיר בי-ענד-בי"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל